Saturday, February 8, 2014

א טאטע ביי א שמחה / אפשערן / ט.ב. שאץ מאץ ענדליך לאזט זיך שוין דער שאץ מאץ הערן... רבותי איך שפיר אז


▼  jeurgen teller 2011 (3) ◄  יולי (1) ▼  מאי (1) א טאטע ביי א שמחה / אפשערן / ט.ב. שאץ מאץ ◄  פברואר (1) ◄  2010 (57) ◄  דצמבר (2) ◄  ספטמבר (2) ◄  jeurgen teller אוגוסט (1) ◄  יולי (1) ◄  יוני (1) ◄  מאי (3) ◄  אפריל (47)
א טאטע ביי א שמחה / אפשערן / ט.ב. שאץ מאץ ענדליך לאזט זיך שוין דער שאץ מאץ הערן... רבותי איך שפיר אז איך מוז צום ערשטן מאכן א שטיקל התנצלות פארן נישט שרייבן קיין "טאטע ארטיקלען" אין די לעצטע תקופה, פשוט ווייל איך בין געוועהן זייער פארנומען לעצטנס מיט די ארבעט, אבער איצט איז אביסל רואיגער קען איך מיר א קער געבן צו די באשרייבונגען, מן הדין וואלט איך קודם געדארפט שרייבן אין די סעריע פון "א טאטע ביי א שמחה" די רייע פון א שלום זכר - וואכט נאכט - ברית, ווייל נאך די פאריגע קידוש ארטיקל וואס איז געוועהן מטעם בת תחילה איז יושר אז גלייך דערנאך קומט דער זכר – ברית – וואכט נאכט ארטיקל, אבער אזויווי דער זכר ארטיקל איז עפ"י חשבון זייער א גרויסער, צוליב די פילע פרטים וואס א זכר – וואכט - נאכט – ברית אנטהלאט אין זיך וועל איך מיר ענדערשט זיך נעמען קודם צום אפשערן, און אי"ה עוד חזון מיט די צייט זיך צוריק קערן צום זכר – ברית ארטיקל, ובזה החלי בע"ה: א אפשערן איז א שטארק עמאציאנעלע צייט פאר א טאטע און פאר א מאמע, מ'זעהט בחוש א קינד וואס איז אפי' נאר איין טאג פאר די דריי יאר ווי קלוג דאס קינד זאל נישט זיין און ווי שטארק די טאטע מאמע זאלן אים ליב האבן, דאך א טאג נאכן אפשערן באקומט דאס קינד סאך מער רעספעקט אין די אויגן פון די עלטערן, די מציאות ווייזט אז יעצט נאך די 3 יאר קוקן זיי אן דאס קינד א מענטש, א קינד אן קיין פיאות איז א בעבי, און מיט פיאות איז ער א מענטש צום טיש, מ'כאפט זיך אליין נישט די גאנצע שפראך צום קינד ווערט געטוישט א טאג נאכן אפשערן, איך האב עס אליין געזעהן ביי מיינע אייגענע 4 אפגעשוירענע יוגלעך קע"ה און אויך ביי אנדערע קרובים וידידים אז דאס קינד באקומט א רעספעקט אין די אויגן פון די ארומיגע נאכן באקומען פיאות, פאר די פיאות האלט אים יעדער פאר א קליינע בעבי און איצט שוין נישט, מ'זאגט אים שוין נישט קום שיין מאך א זיצי.... ער איז שוין גרויס. כדי צו גיין אין א געהעריגע סדר מוז מען קודם מאכן א שטיקל סדר, עס זענען דא צוויי זאכן אין די אפשערן חגיגה, א) איז דא א זמן פון פירן א קינד אין חדר און לערנען מיט אים די א' ב', וואס אזוי ווערט געפסקנט אין רמ"א (יו"ד סי' רמ"ה) אז ווען א קינד ווערט דריי יאר פירט מען אים אין חדר אריין צו לערנען די אותיות התורה, וואס פארשטייט זיך אליין אז דאס פירן אין חדר ווערט באגלייט מיט די אלע מנהגים שונים מיט שמירת הילד פון יעדע דבר טמא, און ווי אויך אז א קינד וואס ווערט דריי יאר איז מען מחנך מיט מצות און מ'טוט אים אן א קאפל מיט ציצית, ב) איז דא א צווייטע טייל פון די חגיגה, דאס איז די אפשערן די האר און מאכן פיאות פארן קינד, דאס האט באמת נישט קיין שיייכות jeurgen teller דוקא מיטן ווערן דריי יאר, ווי מ'זעהט טאקע אז מאנכע פירן זיך צו שערן דייקא ל"ג בעומר אפי' דאס קינד איז נאך צווי און אהאלב יאר, און הערשט שפעטער jeurgen teller ווען דאס קינד איז שוין דריי יאר פירט מען אים אין חדר מיט די אלע מנהגים און מ'לערנט מיט אים א' ב', ווייל די קפידה איז אז מ'זאל נישט לערנען מיט א קינד א' ב' פאר ער ווערט דריי יאר עפ"י קבלה געבויט אויפן מדר' (פ' קדושים) שלש שנים יהי' לכם ערלים, jeurgen teller אז פאר די דריי יאר איז א בחי' פון ערלה און הערשט נאכדעם איז פרי קודש דאס קינד ווערט מוקדש צו לערנען תורה, מ'קען אפי' שערן שפעטער ווי די דריי יאר אויך ווי למשל ספירה בין המצרים וואס דאן טוט מען אן א קאפל צו די דריי יאר און פיאות מאכט מען הערשט ווען דער זמן איז מוכשר, למעשה האט מען אבער ביי אסאך חסידים יא צוזאמען געשטעלט די צוויי זאכן דאס אפשערן מיטן פירן דאס קינד אין חדר צוזאמען אין איין טאג, די חסידישע טעם איז ווייל ס'זאגט זיך אנדערשט א' ב' מיט פרישע פיאות, ווי דער בעלזא רב מהר"י זי"ע האט געזאגט אמאל פאר א אויפגעקלערטע איד וואס האט זיך געגרויסט אז זיינע קינדער קענען לערנען גוט כאטש זיי זענען געוועהן מאדערן אנע פיאות, "א חוצפה צו לערנען גמ' תוס' אן פיאות"..., א' ב' זאגט זיך שענער מיט פרישע פיאות, אין עטרת ישועה שטייט דעם רמז אז מ'זאל אפשערן דוקא ווען מ'ווערט דריי יאר נישט פריער און נישט שפעטער, jeurgen teller ווייל מ'זעהט אז די תורה שרייבט דאס ווארט "והתגלח" מיט א גרויסע ג', דאס איז א רמז אז ביי די דריי יאר שערט מען זיך אפ, (דער בעל בית'שע טעם איז ווייל ס'איז פראקטישער צוזאמען צו שטעלן דאס חדר פירן מיט די אפשערן אין איין טאג, ס'שפארט צייט און געלט דער טאטע מוז נישט פעלן צוויי טאג פון די ארבעט, ווי אויך די פעמעלי געדערינג וואס ווערט געפראוועט לכבוד דעם אפשערן איז באקוועמער ווען ס'איז אין איין טאג, איך רעד שוין נישט אז די פיקטשער ווי דער זיסע אפשערן יונגל לעקט די האניג איז אסאך שענער ווען ס'איז יעצט מיט די פריש געווארענע נייע פיאות....) אויב אזוי לאמיר טאקע אנהייבן מיטן סדר היום פון אזא צוזאמען jeurgen teller שטעל א אפשערן מיטן חדר פירן, סדר היום? אפשר גאר סדר הלילה, ס'איז דאך דא אזא נייע מנהג אמעריקא אז מ'רופט צוזאמען די משפחה מיטגלידער א נאכט פארן אפשערן כדי אלע פעטער'ס וואס ארבעטן שווער זאלן אויך נעמען א טייל אין די שמחה, מ'מאכט א פארטי פון כל מיני מטעמים כדי להראות את כל העמים והשרים את רוב גדלו ואת כבוד עושרו און ביי די ביינאכט פארברענג שערט מען אויך אפ דאס קינד און מ'טיילט די פענסי פעקלעך פאר די קאזנס (די מער פלעינע פעקלעך דאס טיילט מען אין חדר פאר די קלאס...), א מורה הוראה האט מיר געזאגט אז עטליכע האבן אים שוין געפרעגט צו מ'מעג טאקע שערן בי

No comments:

Post a Comment